Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
אַני–מאמין
נאָך תּרח האָט געזאָגט זײַן קליינעם זון אין שרעק: „פֿאַר וואָס ביסט ניט אַזאַ ווי אַלע?‟ — און ס׳איז געווען אַזוי אין יעדן קאַנט און עק, וווּהין די דאָליע אונדזערע ברוטאַלע פֿלעגט אונדז ניט וואַרפֿן. ס׳איז דאָך אונדזער כּבֿוד, וואָס תּמיד זײַנען מיר געווען געטרײַ צו זיך און האָבן אָט די חכמה אויסגעקאָוועט:
„ווען איך וועל זײַן ווי יענער, ווער וועט זײַן ווי איך?״.