Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
טעוועלעך ברוינע, און זײַטן — אַ ביסל פֿאַרגעלטע...
זעקס דיקע בענדער. אויף יעדן — מיט רוסישע אותיות ווערטער, וואָס פֿלעגן שוין דאַן אַזוי ליב פֿאַר מיר אויסזען און קלינגען: „שלום־עליכם‟... כ׳פֿלעג אַלס דערוואַקסלינג זיך אײַנטונקען אין יענע זײַטן — און זייער ריח פֿאַר מיר איז געווען, ווי דער דופֿט פֿון דעם שטעטל, ווי דער גערוך פֿונעם ייִדישן לעבן דעם אַלטן... פֿלעגן ביז גאָר מיך פֿאַרכאַפּן די אַלע געשטאַלטן: סטעמפּעניו, רחלע, יאָסעלע, אסתּר — שיינע מוזיק, אָבער אומגליק אין ליבע... דער אומדערמידלעכער לופֿטמענטש מיט זײַן שיינע-שיינדל און מיט זײַן אייביקן „עיקר שכחתּי‟, טבֿיה דער מילכיקער — „ווי אַ גראָבשטאַמיקער דעמב‟, גאָלדע סערדצע, זייערע טעכטער „געראָטענע, קלוגע און שיינע‟ מיט אַלע מענער, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעקליבן... און כ׳פֿלעג זיך אויסלערנען ייִדישע ווערטער דאָרט אין די הערות: „פֿרײַנד‟, „גאָלע נאַר‟, „בעל־הביתל‟, „דאָס פּוילישע ייִנגל‟, „וועקער‟, „לך־לך‟, „דאָס יודישע פֿאָלק‟, „קול־מבֿשׂר‟ — ייִדישע ווערטער, מיט רוסישע אותיות געדרוקטע... כ׳האָב זיך פֿון דאָרטן דערוווּסט אַ סך נעמען פֿון ייִדן באַרימטע: מענדעלע, דובנאָוו, סטראַשונסקי, יוחנן הסנדלר, גאָלדפֿאַדען, ביאָליק, רמבם, חיים־זעליק סלאָנימסקי... זעקס ברוינע בענדער, פֿון וועלכע אַ מאָל כ׳האָב גענאָסן מײַן ערשטן טעם פֿון אַ שטיק ייִדיש לעבן. זײַנען זיי מײַן ערשטער פֿענצטער געוואָרן אין דער אומענדלעכער צויבערוועלט פֿון אונדזער אומה־ירושה, וואָס מײַן גאַנץ לעבן וועט זײַן ניט גענוג צו באַנעמען... עפֿן איך אויף זיי אַצינד און דערשמעק יענעם ריח דעם אַלטן, לייען אַ ביסל — און דוכט זיך מיר, אַז, כאָטש מיט רוסישע ווערטער, איז עס אויף עפּעס אַ ייִדישער שפּראַך אָנגעשריבן. עפֿנט זיך אויף אַ שטיק ייִדישע וועלט אויף דאָס נײַ פֿאַר די אויגן און פֿאַרן האַרצן... געליבטער און לײַבלעכער שלום-עליכם...