Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
תּפֿילה
אויב מאַכסט שוין אַזוי, אַז אויף מײַן מאָדנעם לעבנסוועג קאָן איך
ניט אויסמײַדן כּלערליי קלעפּ, וואָס גאַנץ אומגעריכט שלאָגן, —
איז גיב זשע מיר, רבונו–של–עולם, דאַן כאָטשבי כּוח,
כּדי כ׳זאָל זיי גובֿר זײַן תּמיד און גרינג זיי פֿאַרטראָגן.
ניט ווירדיק איז דאָך פֿאַר אַ מאַנצביל אַ לײַכט לעבן בעטן.
נאָר אויב שוין נסיונות מיר שיקסט, וואָס פֿאַרשאַפֿן יסורים,
איז שיק מיר אויך חכמה, כ׳זאָל תּיכּף דעם ווייטיק פֿאַרגלעטן
און שפּאַנען אָן פּחד אַנטקעגן פּורעניות און שטורעם.
ס׳וואָלט סקוטשנע, מסתּמא, דאָס לעבן געווען אָן סורפּריזן.
נאָר אויב שאַפֿסט אַ סך אומדערוואַרטקייטן אומאײַנגענעמע,
איז שענק מיר המצאהדיקייט, איך זאָל שטענדיק גלײַך וויסן,
וואָס בעסער צו טאָן, און דעם תּוך פֿון זיי ריכטיק באַנעמען.
מיט אָט די דרײַ זאַכן באַזאָרג און באַוואָפֿן מיך זיכער —
דאַן אויסשטיין איך וועל, און ניט אָפּראַמען וועט מיך קיין וויכער.