Gitl Schaechter-Viswanath
פֿאַלשער דיאַגנאָז
语言: 依地文
翻译:
德文 (Falsche Diagnose), 英文 (Misdiagnosis)
פֿאַלשער דיאַגנאָז
זײַנע לעצטע טעג געציילטע
אין אַ פּינקסל פֿאַרשריבן
זײַטן אומגעציילטע
פֿון דער דריטער האַנט.
כראָניקע פֿון מומען
פֿון אונדז אַלעמען פֿאַרהוילן.
אומבאַקאַנט
מיר אָט די פֿאַקטן
אָן אַ שיעור.
ס׳האָט אַ ספּעציאַליסט
אַ דיאַגנאָז אַ פֿאַלשן
אים געשטעלט.
נאָר בײַ וועמען קען מען פּועלן
אַז פֿאַרבליבן איז אַ טעות־בילד
אויף קלינישן פּאַפּיר?
2017