Gitl Schaechter-Viswanath
שאַנדפֿלעק
语言: 依地文
翻译:
德文 (Schandfleck), 英文 (Taint of shame)
שאַנדפֿלעק
אוי, אַ בראָך!
דער טרויבנזאַפֿט צעגאָסן זיך!
אַזוי געוואָלט
צופֿרידן שטעלן אים
מיט פֿולן כּוס דעם
רויטן.
האָט אַ ציטער מיר געטאָן
אַ שטאָך
טראָפּנס אָפּגעפֿלאָסן
אײַנגעזאַפּט זיך
אינעם טישטעכל דעם
ווײַסן.
ביסטו דאָך אַנטרונען
ווען באַשולדיקט האָט מען דיך
און גערונען־רונען־רונען….
זענען פֿלעקן בלוט פֿאַרבליבן….
זאַט מיט יאָרן
איך צו דיר
טו אויס די האַנט אַ שטרעק
געבליבן אָבער שאַנד
פֿון טרויבנזאַפֿט
דער פֿלעק.
2017