Gitl Schaechter-Viswanath
ברכּת־חיים
ברכּת־חיים
לייג די הענט מיר אויף דײַן קאָפּ
וועל איך דיך בענטשן, ווי אַ מאָל,
נישט מיט פֿעסט געזונטע מוסקלען
נאָר מיט נפֿש־בישׂראל.
לייג די הענט מיר אויף דײַן קאָפּ
וועל איך דיר ווײַזן וואָס איך קען
כאָטש אָטעם דריקט אַרויס־אַרײַן
מאַשינען נישט צום זען.
פֿאַרשטומט די ליפּן, פֿיס געליימט,
די לונגען אויסגעזויגן,
פֿון לײַב אַ תּל געוואָרן איז,
געבליבן מיר נאָר אויגן,
נשמה און צוויי אויערן,
נעמען אַלץ אַרײַן
אין שווײַגיק אומבאַהאָלפֿנקייט
טועם בין איך ווײַן.
אַ טראָפּן אויף די ליפּן
טיף אין אינערלעכן גוף,
שטאַרקער נאָך פֿון פֿריִער
מײַן שליחות און באַרוף.
לייג די הענט מיר אויף דײַן קאָפּ,
וועל איך דיך בענטשן, ווי אַ מאָל,
וועסטו מיט מיר דעם טאָג באַגריסן,
זאָגן שמע־ישׂראל..…
2015