Boris Sandler (באָריס סאַנדלער)
געאָגראַפֿיע־לימוד
געאָגראַפֿיע־לימוד
ס’איז אים גוט, ווי בײַ זײַן מאַמען אין בויך
(ייִדיש שפּריכווערטל)
ישׂראל — האָט מען גערופֿן מײַן טאַטן,
און איך האָב לאַנג נישט געוווּסט,
אַז ישׂראל איז אויך אַ לאַנד דאָ,
נאָך ווײַטער פֿון בערג קאַרפּאַטן,
וואָס פֿאַר מיר איז געווען — עק וועלט!
זינט דאַן פֿאַרשטיי איך שוין בעסער די מאַפּע,
און איך קאָן געפֿינען ישׂראל,
אָבער לאַנג שוין לעבט נישט מײַן פּאַפּע...
בלויז די קאַרפּאַטן בלײַבן שטיין.
און עס קומען פֿון דאָרטן אַרויס,
ווי אַמאָל אין די אַלטע צײַטן,
די שרעקלעכע מעשׂיות וועגן וואַמפּירן
און וווּרדאַלאַקן אויך.
גענענדל — אַזוי הייסט מײַן מאַמע,
און איך ווייס איצט בפֿירוש געוויס,
אַז ס׳איז דאָ אַזאַ אָרט — גן־עדן,
אָבער איך ווייס נישט, וווּ עס איז?
האָב איך געפֿרעגט בײַ אַ זקן,
וואָס זײַן חכמה איז גרעסער פֿון כּוח:
„וווּ נעמט מען, רב ייִד, אַזאַ מאַפּע,
מיט דעם אָרט, אָנגעוויזן גענוי?‟
האָט ער אַ רגע פֿאַרטראַכט זיך,
זיך אַ גריבל געטאָן אין זײַן מוח,
און געזאָגט:
„האָסט שוין, קינד מײַנס, אַלץ פֿאַרגעסן,
בײַ דײַן מאַמען, גענענדל, אין בויך!‟
מערץ 2009