Boris Sandler (באָריס סאַנדלער)
דער טעם פֿון מײַן מאַמעס מילך
דער טעם פֿון מײַן מאַמעס מילך
מײַן מאַמע איז שולדיק, וואָס ייִדיש, איר לשון,
האָט זי מיט איר מילך אין מויל מיר געשפּריצט.
כ׳האָב קעגנגעשטעלט זיך, געדרייט מיטן צינגל,
מיט פֿיסלעך געבריקעט, געריסן דאָס קול...
ס׳האָט גאָרנישט געהאָלפֿן — די מילך דער מאַמעס
אין בלוט ס׳איז אַרײַן, און מיט בלוט זיך צעמישט.
זינט דעמאָלט איך לעב, אַ פֿאַרסמטער מיט ייִדיש,
אַ סם, וואָס קיין שום אַנטידאָט איז נישטאָ.
עס העלפֿן נישט פּילן, קיין שום וויטאַמינען —
אַזאַ מין ירושה געהאַט אָפּגעשפּאָרט.
אַ ייִד איז געוווינט דאָך אין צרות אויך זוכן
אַ טראָפּנדל נחת, דערקוויקן דאָס האַרץ.
גענוג, לאָזט זיך אויס, איז אַ טראָפּנדל ייִדיש
צעשמעלצן דעם אומעט פֿון נעכטיקע טעג.
אין אָדערן מײַנע עס קלאַפּט און עס טראָגט מיך
אויף סטעזשקעס פֿאַרדרייטע דער האַרבער געמיש.
דער הײַנט איז דאָך טויב אָדער מאַכט זיך נישט וויסן:
ווער דאַרף דען הײַנט ייִדיש — אין מוח אַ שלאַק!
מײַן מאַמע איז שולדיק, און איך בין דער אָפּקום,
איך בריקע זיך ווידער, איך שרײַ אויף אַ קול...
ווי נאָר כ׳גיב אַ דריי מיט מײַן זינדיקן צינגל,
אויף ליפּן איך פֿיל פֿון איר ייִדיש דעם טעם.
מאַרץ, 2015