Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
„אורבי עט אָרבי”
„אורבי עט אָרבי”
שטאָלץ איז מײַן גײַסט, שטרענג — מײַן געשטאַלט.
יאָרהונדערטער זיבן און דרײַסיק כ׳בין אַלט.
פֿון אור־אַלטער צײַט,
פֿון העט-ווײַטער ווײַט
קום איך אָן.
הינטער מיר זײַנען אוּר און חבֿרון,
באר-שבֿע, חרן, פּניאל און מצרים,
דער מידבר, יריחו און ירושלים.
וווּ און ווען כ׳זאָל ניט זײַן,
אין גליק, צי אין פּײַן,
אין פֿרייד, צי אין צאָרן —
כ׳לעב און אייביק כ׳וועל לעבן ממילא.
אין מײַן האַרץ ברענט כּסדר דער פֿלאַם פֿונעם דאָרן,
אין מײַן זעל זינגט די האַרפֿע פֿון דוד המלך.
ווי שומרים, מיט מיר תּמיד זײַנען
די אותיות פֿירקאַנטיקע מײַנע.
ווי אַ פֿײַערזײַל איז יעדער אות
אין דעם וועלטישן מידבר און נאַכט.
ס׳איז מײַן לעבן אַן אייביקע שלאַכט,
און מיר זיס איז מײַן ביטערער כּוס.
כ׳בין אַ ייִד,
און אין אָט דער נבֿיאישער שעה,
צי געפֿעלט דאָס אײַך, הערן, צי ניט —
איך בין דאָ!