Boris Sandler (באָריס סאַנדלער)
די נעכט אין ירושלים
די נעכט אין ירושלים
פֿון כּוזרים אַ טראָפּן, צי אַ טראָפּן פֿון מיזרח,
זיך באַזעצט אויפֿן פּנים דײַן מיידלשער חן.
צי מיט אַ וווּאַל עס פֿאַרשטעלן פֿאַר צניעות,
צי אפֿשר אַנטבלויזן דער וועלט אויף צו להכעיס?
פֿון וועמען געירשנט האָסטו דײַנע לאָקנס,
וואָס פֿאַלן, ווי ציגן־געלויף פֿון אַ באַרג?
די בריסטלעך — נאָך טערפּקע, ווי ווײַנטרויבן־טויבן —
זיי פּיקן מײַן לײַב מיט די יאַגעדעס־פּיסקלעך.
איך זינק אין די אויגן פֿון דײַן עלטער־באָבען,
דורך דורות און צײַט — אַ שיכט נאָך אַ שיכט.
שיפֿלט מײַן גוף אויף די כוואַליעס פֿון תּענוג,
אונטערגעיאָגט מיט דײַן אָטעם און זיפֿץ.
כ׳פֿיל שוין מײַן סוף — צום גן־עדן אַ רגע —
איך וויל נישט אַהין, לאָמיר פֿאַלן אין תּהום!..
ווי הייס זײַנען נעכט אין ירושלים,
ווי קאַלט די פֿרימאָרגנס אין דער אייביקער שטאָט.
יולי, 2013