Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
בײַם לייענען „קהלת‟
סע ווייסט ניט פֿון רחמים קהלתעס וואָרט,
נאָר ערלעך איז עס און לגמרי גערעכט.
אי אמת, אי חכמה אַ גוזמא איז דאָרט.
אַלץ נישטיקייט איז: מאַכט, עשירות און קנעכט…
שוין אַלץ איז געווען דאָ, און גאָרנישט איז נײַ.
אַז קענטשאַפֿט מע מערט, מערט מען ווייטאָג און צער;
גייט תּמיד דער ווינט רונד אַרום פֿראַנק און פֿרײַ —
און גלײַך איז דער חכם אין טויט מיט דעם נאַר.
ס׳איז אומיושר אונטער דער זון איבעראַל,
אַ סך מרה-שחורה. אַלץ וויסט איז און טריב…
נאָר שײַנען די ווערטער אַרויס, ווי אַ שטראַל:
„דײַן לעבן געניס מיט דעם ווײַב, וואָס האָסט ליב!‟
באמת, וואָס בעסער און שענער קאָן זײַן,
און גרעסערן תּענוג פֿאַרשאַפֿן קאָן דיר,
ווי פֿון איר נשמה די צערטלעכע שײַן,
וואָס וואַרעמט און טרייסט אָן אַ סוף, אָן אַ שיעור?
וואָס גיכער און זיכער פֿאַרגרינגט יעדעס מאָל
יסורים און עוולות, עינויים און פּײַן,
ווי איר טײַער, האַרציק און ליבעפֿול קול,
וואָס גיסט אין דיר תּמיד נחמה אַרײַן?
ווען נאָך האָסטו, מענטש, אַ מחיה אַזאַ,
ווי דאַן, ווען זי פֿרײַגעביק שענקט דיר איר גוף,
און איר יעדער אבֿר ווי זאָגט דיר: „נאַ! נאַ!
אָ, נעם מיך, פֿון מיר האָב הנאָה, פֿלי אויף
מיט מיר אויפֿן זיבעטן הימל!‟? — און זי
פֿאַרגייט זיך און ברענט מיט אַ הייסן פֿאַרלאַנג
פֿון צערטלעכקייט דײַנער; און ס׳טראָגט אײַער פֿלי
אײַך העכער און העכער, און אומענדלעך לאַנג
ער דוכט זיך, ווי ס׳האָט זיך די צײַט אָפּגעשטעלט?..
יאָ, דאָס איז די בעסטע מתּנה פֿון גאָט.
יאָ, שענער איז גאָרנישט ניטאָ אויף דער וועלט.
און זאָל זיך אַלץ דרייען פֿון לעבן דאָס ראָד
מיט אַלע פּורעניותן, פּלאָגן און שלעק —
אַלץ קאָן מען גרינג בײַקומען און גובֿר זײַן,
ווען ס׳זײַנען דערנעבן, באַלויכטן דעם וועג
יענץ ליבעפֿול קול, יענע צערטלעכע שײַן.
אַלץ נישטיקייט איז, און די צײַט טרײַבט און טרײַבט
פֿון לעבן די ראָד מיט איר נישטיקן סקריפּ…
איז זאָל זײַן אַזוי! — אַבי האָבן דאָס ווײַב,
וואָס דו האָסט זי ליב און וואָס זי האָט דיך ליב.