Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
אויפֿן טויט פֿון באָריס ניעמצאָוו
אַ פּנים, ערבֿ־שבת, בעת מלאָכים
שטיל אײַלן זיך אַראָפּ אויף אונדזער ערד,
דאָ טוען רוצחים אָפּ בסוד, אין חשכות,
אַכזריותן זייערע, כּדי
געוואַגטע, דרייסטע מענטשן זאָלן שטאַרבן
ווי מאַרטירער — און אויכעט ווי צדיקים…
***
ניט איך בין געלעגן בײַ נאַכט אַ געטייטער אַנטקעגן דעם קרעמל,
ניט מיך ווי אַ העלד האָבן לײַטישע מענטשן באַוויינט און באַערדיקט,
און ניט אין מײַן אָנדענק געשפּאַנט האָבן צענדליקער טויזנטער מענטשן
אין מײַן היימשטאָט מאָסקווע, געבראַכט האָט מען בלומען און ליכט אָנגעצונדן
אין לאָנדאָן, ניו-יאָרק, אין פּאַריז, פּראָג און קיִעוו אויך ניט אין מײַן אָנדענק —
ווײַל איך בין ניט ער…
***
ניט בכּוח בין איך אומקערן דײַן לעבן
און פֿאַר דיר נקמה נעמען ניט בכּוח…
קאָן מען איצטער אין מאַכטלאָזיקייט און ייִאוש
נאָר בלויז שרײַבן פּראָסטע שורות אין דײַן אָנדענק —
זאָל ער ליכטיק זײַן, געבענטשט און אייביק. אָמן.
***
און צו וואָס האָבן מורא פֿאַר טויט?
אויב ס׳איז דאָ עולם-הבא,
איז ניט וויכטיק, ווי לאַנג איז דאָס ערדישע לעבן.
און אויב ניט,
וועט אַלץ תּיכּף פאַרשווינדן — און גאָר.
ניט די אייגענע פּטירה איז שרעקלעך,
נאָר פֿאַר אונדזערע נאָענטע, קרובֿים,
און באַזונדערס פֿאַר יענע,
וואָס אין לײַדן אונדז געבן דאָס לעבן…
אָך, ווי מוטיק און שטאַרק איז דײַן ייִדישע מאַמע:
אי אין אָנהייב זי האָט דיך באַגײַסטערט
גיין אָן פּחד אויף יענעם געפֿערלעכן וועג,
אי אַצינד, נאָך דײַן מאָרד,
דורך דעם טרויער-וועג האָט זי געשפּאַנט אָן שום טרערן.
ניט אַזאַ איז מײַן מאַמע,
און ווען איך וואָלט געשטאָרבן פֿאַר איר,
וואָלט זי עס ניט געקאָנט איבערלעבן.
וועל איך תּמיד דעריבער זי היטן —
און כּל-זמן ס׳לעבט מײַן מאַמע, וועל איך זײַן מקנא דײַן טויט…