Boris Sandler (באָריס סאַנדלער)
קעשענעס
קעשענעס
כ׳דאַרף טראָגן אַ וועלט מיט קעשענעס
אויף מײַנע באַשיידענע בגדים,
צו האַלטן דאָרט טעג פֿון די וואָכנס
און די יום־טובֿדיקע אויך.
צו מאָל זײַנען טעג אַזוי שווער,
אַז זיי רײַסן די קעשענעס אָפּ;
מאַכן אין זיי אַ לאָך? —
איז אַ שאָד צו פֿאַרלירן אַ טאָג.
גיי איך אַרום אײַנגעהויקערט
און גראָב די ערד מיט דער נאָז.
אַזוי לאַנג די ערד געגראָבן,
ביז ס׳איז געוואָרן אַ גרוב.
די גרוב האָט פֿאַרגאָסן דער רעגן —
אַ רעגן פֿון קלולות און כּעס;
געברענט האָט דער כּעס מיט פֿײַער,
איז וואַרעם געוואָרן אַרום.
די ביימער צעבליט און די קוסטעס —
וועט זײַן דאָס גערעטעניש גרויס.
פֿון פֿרוכטן מאַך איך וואַרעניע,
צו לעשן דעם פֿײַער פֿון כּעס.
ווערט קילער באַלד — אַ מחיה,
און די פֿייגל פֿליִען אַוועק;
דאָס מיינט, ס‘איז געקומען ווינטער,
און דער ווינטער קומט מיט שניי.
איך קאָך דעמאָלט שנייענע קניידלעך
און באַהאַלט זיי אין קעשענעס אויס...
ס׳איז גוט צו האָבן בגדים
מיט קעשענעס טיפֿע אַ סך;
און אויב איר האָט נישט קיין בגדים,
איז קויפֿט זיך אַ פּשוטן זאַק.
אויגוסט, 2009