ייִדיש

פֿלעגט קלינגען אַ מאָל מאַמע־לשון כּמעט אומעטום.
פֿון געטאָ אַרויס, האָט עס צענטערס פֿון קרוין־שטעט דערלאַנגט.
נאָך איידער ס׳איז נעלם געוואָרן אין רוסלאַנד דער תּחום,
אויף פֿינף קאָנטינענטן געשאַלט האָט זײַן זאַפֿטיקער קלאַנג.
אויף שאַנז־עליזע, פּיקאָדילי, אַרבאָט און בראָדוויי
פֿלעגט ייִדיש אין יענער צײַט אָנפֿילן הילכיק די לופֿט
מיט זײַן חן און חיות, זײַן זאַפֿטיקייט, חכמה און וויי,
מיט שטאַרקן געשמאַק פֿון זײַן טערפּקע און זיסלעכן דופֿט.
אויף פּלעצער, בולוואַרן פֿלעגט הילכן די ייִדישע שפּראַך.
מען האָט אין טעאַטערס, קאָפֿעען געהערט איר הייס קול.
אויף גרויסע אַסיפֿות געקלונגען האָט ייִדיש אַ סך.
אַפֿילו אין הויכשולן אייניקע פֿלעגט מען אַ מאָל
זיך לערנען אויף אים. און אַצינדער ס׳איז דאָ אַ מחק:
צוריק אין די געטאָס פֿון לאָנדאָן, אַנטווערפּען, ניו־יאָרק
און ירושלים, ווי אויך אין דעם קליינעם בני־ברק,
האָט אומגעקערט זיך מאַמע־לשון… אַן אמתע זאָרג
פֿאַר ייִדיש־ליבהאָבערס. אויף קליינע אַסיפֿות אַצינד
זיי זאַמלען זיך, לערנען זיך, סטאַרען זיך טאָן, וואָס מע קאָן,
כּדי ס׳זאָל פֿאַרקערעוועט ווערן דער איצטיקער ווינט,
אויב שטייט שוין באמת דער גורל פֿון ייִדיש אין קאָן.
יאָ, ווידער זאָל קלינגען די ייִדישע שפּראַך איבעראַל!
אַזוי וויל איך אויכעט, סע גלוסט מײַן נשמה אַזוי.
אין קענעדי־צענטער אויף ייִדיש איך האָב שוין געשאָלט,
און אָפּגעשאַצט האָבן עס הויך אי אַ ייִד, אי אַ גוי.
כ׳וועל טאָן עס אין קומענדיק יאָר אויך אין קאַרנעגי האָל…
נאָר ניין, ניט בלויז דאָס דאַרף מען טאָן, ניט גענוג איז דאָס אַלץ.
כ׳בין גרייט תּמיד ריידן אויף ייִדיש מיט הילכיקן קול
און שרײַען כ׳בין גרייט, ביז ס׳וועט הייזעריק ווערן מײַן האַלדז,
נאָר ס׳פֿרעגט זיך: צו וועמען?.. מיר דוכט זיך, מסתּמא איך ווער
א ביסל משוגע… נאָר ס׳העלפֿט דאָך אַ מאָל משוגעת!
ס׳איז נאָך האַלבער נאַכט, און מײַן דמיון צעהיצט זיך אַלץ מער…
מיר ווילט זיך אַרויסגיין איצט שטילינקערהייט אויף דער גאַס,
דערגיין צו דער אַרקע, זיך שטעלן דאָרט, גלײַך אונטער איר —
און אָנהייבן שרײַען אויף ייִדיש פֿון דאָרט וואָס־ניט־איז,
און שרײַען אַזוי בקול־רם אָן אַ סוף, אָן אַ שיעור,
זאָל שאַלן בײַ נאַכט מאַמע־לשון אויף גאַנצן פּאַריז!
נו, ס׳רעגנט שוין הינטערן פֿענצטער, מ׳דאַרף שלאָפֿן אַצינד…
בײַ טאָג אָבער אויך ווערט מײַן דמיון אַ מאָל גאַנץ צעהיצט.
צי וועקט זיך שוין אויף אין מיר אפֿשר אַ ביסל אַ קינד?
ס׳קאָן זײַן, אַז אַפֿילו אַזוי… נאָר כ׳בין דאָך אַן אַרטיסט!
מ׳דאַרף אײַנלאַדן אַניע און יצחקן אויף אַ שפּאַציר:
אויף שאָנז־עליזע, אויף מאַנמאַרטר און לעם נאָטר־דאַם
הויך ריידן אויף ייִדיש מיר וועלן מיט לוסט אָן אַ שיעור —
און שטראַלנדיק פּלעסקיען זיך וועט אין דער לופֿט דאָרט זײַן טעם!
וואָס נאָך? קיין רייקיאָוויק אויף עטלעכע טעג פֿלי איך באַלד —
צי האָט מען גערעדט דאָרט אויף ייִדיש בכלל ווען־ניט־איז?
כ׳געדענק אָבער, ווען כ׳בין געווען פֿינף־און־צוואָנציק יאָר אַלט,
בשעת מײַן באַזוכן איסלאַנד, אָט אַזאַ מין סורפּריז
איז דעמאָלט געשען: מ׳האָט געטאָן בײַ מיר פּלוצעם אַ פֿרעג,
צי ייִדיש איך קען! יאָ, געווען איז אַזאַ וווילע פֿרוי
אויך דאָרט, אויפֿן צפֿון, אין יענעם דערווײַטערטן עק,
וווּ אומעטיק־נידעריק זײַנען די וואָלקנס און גרוי…
איז איצטיקס מאָל אָנקלינגען באָריען וועל איך פֿון איסלאַנד:
פֿון דרויסן, פֿון אַ רעסטאָראַן אָדער גלײַך פֿונעם זאַל,
וווּ אויפֿטרעטן כ׳וועל, — אויך אין יענעם באַוואָלקנטן קאַנט
באַלויכטן די לופֿט זאָל פֿון ייִדיש דער פֿאַרביקער שטראַל!
כּל־זמן איך בין לעבעדיק, קלינגען עס וועט יאָר נאָך יאָר
די ייִדישע שפּראַך פֿון מײַן מויל! — נאָר וואָס ווײַטער וועט זײַן?..
מײַן ליבע, געבויר זשע מיר קינדערלעך זיסע אַ פּאָר -
און זאָל זייער לעבן באַלויכטן פֿון ייִדיש די שײַן,
און זאָלן זיי קענען און ליב האָבן ייִדיש אַ סך,
און זאָלן זיי נערן זיך תּמיד פֿון זײַן פֿרישן קוואַל:
מיט ייִדישע וויגלידער ווערן אַנטשלאָפֿן בײַ נאַכט
און מיט „אַ גוט מאָרגן!” באַגריסן דעם העל־רויטן שטראַל,
און שפּילן, און שטיפֿן אויף ייִדיש… און אפֿשר, ווער ווייס? —
אויך אַנדערע קינדערלעך וועלן זיך לערנען פֿון זיי
אַ ביסעלע ייִדיש — און ווידער עס וועט קלינגען הייס
אויף שאַנז־עליזע, פּיקאַדילי, אַרבאָט און בראָדוויי!
דאַן שטאַרבן כ׳וועל רויִק, ווײַל וויסן אויף זיכער איך וועל,
אַז מײַן באָבע־לשון וועט לעבן נאָך מיר זייער לאַנג.
און זאָל אויף מײַן קבֿר זײַן וואַרעם, געמיטלעך און העל,
און הילכן זאָל דאָרטן פֿון ייִדיש דער היימישער קלאַנג.

 

© Evgeny Kissin
Audio production: Haus für Poesie / 2019