קאָמפּיוטער־לעבן

אַ קוועטש, אַ דריק
און אַ קוק אויף צוריק,
ווילסטו אָפּווישן אַלץ וואָס געווען
ביז דו קומסט אויפֿן אָרט
וווּ סע דאַכט זיך, אַז דאָרט
ביסטו נאָך נישט אַרײַן אין פּלען.

און כאָטש ס׳וואָלט דאָס רובֿ
פֿון אַלף ביז תוו
אויף אייביק פֿאַרשוווּנדן פֿון אויג,
וואָלטסטו איבערוואָרטירט
און פּראָגראַמירט
אויף עפּעס אַ לעבן וואָס טויג.

נאָר ס׳איז די נאַטור
נישט קיין קלאַוויאַטור –
די שליסלען נישט צום אַנטדעקן;
איז קוועטשט עס און דריקט
ווען דו קוקסט אויף צוריק –
אַך, ווי ס׳ווילט זיך די גרײַזן פֿאַרמעקן!

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audio production: Haus für Poesie, 2019