דאָס פּאָרל

זיך אָנגערוקט דער בליסעזאָן,
וואַקסט אַ סאָסנע לעם אַ קליאָן!
„ווי זשע?“ פֿרעגט מען,
„אומגעהערט –
שכנים אין דער זעלבער ערד.

ס׳איז דאָך אַ כּלל אין דער נאַטור:
די ביידע זענען נישט קיין פּאָר.
ס׳גרייט אויף זיי די עלעמענטן
אַנדערשדיקע פֿונדאַמענטן“.

נאָר אויף צו להכעיס דעם פּראָטעסט
טיפֿן זיך די וואָרצלען פֿעסט,
איינערס צווײַגן ציט צום צווייטן
עלעהיי אַ קינד צום זייגן.

„סאַמעטענע בלעטער, גלעט מיך,
וואַרט נישט אויף מײַן זאָג ׳איך בעט דיך׳.
מין גענאָדל, דין און שאַרף,
דײַן האַרציק וואַרעמקייט באַדאַרף.

און כ׳זע, סע ציט דיך אויך צו מיר,
צו מײַן טיף גרינעם שטילקאָליר,
דער קילער, ווייכער נאָדלערד
וואָס לאָזט דיך וואַקסן אומגעשטערט“.

דער קליאָן, דערהערט די ליבערייד,
שפּרייט אויס די אַקסלען ברייט פֿאַר פֿרייד.
און גליִיִק פֿליסט דער זאַפֿט אין אים –
זײַן סאָסנע נעמט אויך אים אַרום.

* * *

זיך אָנגערוקט דער בליסעזאָן,
וואַקסט אַ סאָסנע לעם אַ קליאָן...

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audio production: Haus für Poesie, 2019