אויפֿן וועג קיין סדום

מײַן מוח ווערט בײַ נאַכט אין פֿעלד פֿאַרוואַנדלט,
וווּ פֿערד זיך פּאַשען אויפֿן גראָז פֿון צײַט,
נישט פֿערד — נשמות פֿיטערן זיך רויִק,
וואָס מיר דעם וועג אין פֿינצטערניש געצײַגט.

כ'דערקען דאָס טײַכל, אויסגעבענקט נאָך וואַסער,
דעם קוויטש פֿון זשאַבעס אין דעם אָטשערעט,
אַ שײַטער — פֿונקען שפּריצן אין דער פֿינצטער
פֿון מולד גרינעם נאַריש אָפּגעשפּעט.

אַרויסגעשאַרט פֿון פֿײַער מיט אַ שטעקן
פֿאַרשׂרפֿטע בולבעס, ענלעך צו אַ קויל,
צעבראָכן איינע — ס'שלאָגט פֿון איר אַ פּאַרע,
עס בריט און דאָך, צעגייט זיך אינעם מויל.

פֿאַרבאָרגענע נשמות — צוויי מלאכים
(דעם דריטן זעט מען בײַ דעם שײַטער קוים),
אין שליחות בלאָנדזשען זיי, און איך — אין חלום,
פֿאַרלוירן צווישן אייביקייט און רוים.

זיי שווײַגן, ווי עס פּאַסט פֿאַר די מלאכים,
בײַם ראַנד פֿון שליאַך, וואָס פֿירט קיין סדום...
און בלויז דאָס פֿעלד, און פֿערד, און יונגער מולד,
געדרעמלט האָבן ערבֿ דעם פּאָגראָם.

דעצעמבער, 2014

© Boris Sandler
Audio production: Haus für Poesie, 2019