Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
ס׳פֿלאַטערט אַ חלום
ס׳פֿלאַטערט אַ חלום בײַ מיר אין נשמה,
שײַנט פֿון דער ווײַטן אַן אוצר —
שענער, געגאַרטער פֿאַר מיר איז ניטאָ אויף דער וועלט!
נאָר... וויפֿל דאַרף מען זיך מאַטערן מיט אָט דער פּײַן, וואָס איז אזוי שווער און זיס:
דורכזיפּן טויזנטער מאָל דורך זײַן מוח
טײַערסטע צירונגען, פֿון די פֿירקאַנטיקע פּערלען געמאַכטע,
און דורך זײַן האַרץ — אַלע זיבן און דרײַסיק יאָרהונדערט
אויספּרוּוון, ליידן, נצחונות, מפּלות,
ליבעס, פֿאַרראַטן, אנטוישונגען — און אייביק גלייבן... גיסן זאָל שווייס פֿונעם מוח,
רינען זאָל בלוט פֿונעם האַרץ אויף פּאַפּיר:
הונדערטער, טויזנטער זײַטן... צו קריגן דעם בענטש אויסצוקריצן:
איך בין אַ ייִדישער דיכטער.