Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
געזאַנג צו אַנאַפּעסט
ער איז אימפּעטיק, האַסטיק, אומאָפּהאַלטלעך, לײַכט,
תּמיד פֿריש, אייביק יונג איז זײַן אָטעם. צו זײַן פֿריידיקער אויפֿרעגונג, איידעלער מאַכט איז פֿון לאַנג שוין מײַן האַרץ צוגעזאָטן. ווי אַ פֿרילינגדיק ווינטל, וואָס ווייעט גאַנצפֿרי, פֿרישט ער אָפּ לײַב און גײַסט, גיט ער קרעפֿטן. שטענדיק גיך איז זײַן דפֿק און פֿרײַ איז זײַן פֿלי. רופֿט, דערמוטיקט, באַגײַסטערט און פּלעפֿט ער. מײַן גאַנץ לעבן, פֿון ווען כ׳בין געווען נאָך גאָר יונג, ווערט מײַן האַרץ פֿון אים פֿול מיט התפּעלות. עס פֿאַרשיכּורט די שורות זײַן מעכטיקער שוווּנג און באַפֿליגלט דעם פֿערז יעדע ווײַלע. זינג זשע אויך בקול-רם אין דעם ייִדישן ליד! זאָלן אויכעט בײַ אונדז מאַנוסקריפּטן רוישן פֿרײַ מיט דײַן אָטעם! פֿלי הויך, ווער ניט מיד, אייביק לעב, מײַן אַנאַפּעסט באַליבטער!