Boris Sandler (באָריס סאַנדלער)
מחשבֿות אין דער צײַט פֿון וועלט־דערוואַרעמונג
Language: yiddish
Translations:
german (Überlegungen in der Zeit des weltweiten Treibhauseffekts)
מחשבֿות אין דער צײַט פֿון וועלט־דערוואַרעמונג
צוויי ווישערס אויף שויבן
צום טאַקט פֿון אַ טאַנץ
געווישט און געשויבט
האָבן גלאָז ביז אַ גלאַנץ.
און שוואַרצע צוויי גראַציעס
אין הייסן סודאַן
באַוועגן זיך ריטמיש,
באַגלייט פֿון טאַם־טאַם.
דאָ גיסט און טאַליאָפּעט —
דער וועג איז פֿאַרפֿלייצט,
און דאָרט — נישט קיין גרעזל —
אַלץ איז צעשמעלצט.
האַלב־וועלט ווערט פֿאַרגאָסן,
האַלב־וועלט אויסגעברענט...
די מומחים זיך קריגן,
זיי ווייסן אַ קרענק!
איז וואָס זײַנען שולדיק
די גראַציעס צוויי,
אַז ערגעץ אין אַרטיק
ווערט ווייניקער שניי?
פֿאַר וואָס דאַרף איך שטעקן
פֿאַרשפּאַרט אויפֿן וועג —
אומזיסטיקער קרבן
פֿון דערוואַרעם-עפֿעקט?
מערץ, 2009