ייִדישע ווערטער

פֿון דער ייִדישער שפּראַכס אומגעהײַערע אוצרות
נאָר אַ טייל גאָר אַ קליינעם באַהערש איך.
און פֿונדעסטוועגן, איז דאָרט אַן אוצר פֿאַר מיר יעדעס וואָרט…
און עס ווילט זיך מיר פֿילן זיי מיט אַלע חושים:
זיי אַרויסריידן, הערן, פֿאַרזוכן און קושן.
וויל איך, זאָלן זיי שפּילן מיט כּלערליי פֿאַרבן, קאָלירן —
ווי מאַנעס פּייסאַזש־בילדער, ווי „טײַמס־סקווער‟ אין אָוונט.
זאָלן קלינגען זיי אויך מיט פֿאַרשיידענע קלאַנגען:
ווי אַ וואַסערפֿאַל, דונער, ווי ים־כוואַליעס׳ פּליעסקען,
ווי אַ וואַלדרויש, אַ פֿויגל־ליד, גראָזשפּרינגערס׳ צירקען.
כ׳וויל, אַז זיי זאָלן זינגען מיט שטימען
פֿון קאַרוזאָ, שאַליאַפּין, פֿון שוואַרצקאָפּף און קאַלאָס.
וויל איך, שמעקן זיי זאָלן מיט אַלערליי ריחות:
ווי אַ דופֿטיקע רויז, ווי דער ים און די זאַמדן אויף באַלטישע פּליאַשזעס,
ווי „שאַנעל”, ווי בענזין, ווי פֿון היי סטויגן פֿרישע —
און ווי ער, דער געבענטשטער און הייליקער דופֿט פֿון אַן אישה…
ליבע ייִדישע ווערטער! איך וויל איר זאָלט לאַכן און וויינען,
שפּרינגען, פֿליִען, וואַלסירן,
גלאַנצן, בלישטשען און פֿינקלען,
ברענען, שטראָמען, זיך שלענגלען,
בלאָנדזשען, בענקען און הויכן…
נאָר ס׳איז אָרעם מײַן טייל פֿונעם אוצר
און מײַן קענען איז דלותדיק, וואָרעם קיין שרײַבער כ׳בין נישט.
און כ׳קאָן געבן אײַך, ייִדישע ווערטער,
נאָר מײַן ליבע…

 

© Evgeny Kissin
Audioproduktion: Haus für Poesie / 2019