מײַן באָבע-לשון...

אויסער מאָסקווע איז עס זייער גרין,
קלאָר ז׳דער הימל, און די לופֿט איז פֿריש.
אויף דער דאַטשע איז ווי בײַ שוקשין*,
אָבער פֿאָרט שלום-עליכמיש.
יאָ, עס האָט זיך מיר געפֿילט אַזוי
דאָרט אין יענער אַלטער, גוטער צײַט,
ווען אין קילן סעדל פֿרישער טוי
יעדן אין דער פֿרי האָט ווי באנײַט
אונדזער קליינעם שיינעם גאָרטן-ייִשוב —
פֿול מיט לעבן כ׳בין געווען פֿאַרכּישופֿט…

יאָרן פֿריִער מיט הצלחה האָבן
דאָרט אַליין דער זיידע מיט דער באָבען
אויפֿגעבויט פֿאַר זיך פֿון האָלץ אַ הויז,
ענלעך צו אַ מעשׂהדיקער רויז.
גיך נאָך דעם, גלײַך אונטער דאַך דעם פֿעסטן,
לעבן שילדל מיטן זיידנס נאָמען,
זײַנען שוואַלבן שוואַרצינקע געקומען
זיך באַזעצן אין די אויסגעקלעפּטע נעסטן…
און גאַנץ פּראָסט, טאָג-טעגלעך, ניט מגידיש
האָט געקלונגען אויף דער דאַטשע ייִדיש.
דווקא דאָרטן כ׳האָב געהערט אַ סך,
ווי די באָבע-זיידע פֿלעגן ריידן
זייער היימישע און ליבע שפּראַך…
אָט אַזאַ מין קליינינקער גן-עדן.
מײַנע זיידע אַהרן, באָבע רחל,
מײַנע ליבע, זכרונם-לבֿרכה,
מײַנע טײַערע, מײַן גליק און וויי —
אַך, ווי ס׳ווילט זיך האָפֿן מיר און גלייבן,
אַז אַצינד זיי זעען דאָרט, פֿון אויבן,
ווי איך שרײַב אויף ייִדיש וועגן זיי!
איך דערמאָן זיך… ס׳טוט אין האַרץ אַ ריר…
באָבע רחל בעט: „פֿאַרמאַך די טיר!‟
אָדער, אומצופֿרידענע אַ ביסל,
זאָגט: „אַ נײַע מעשׂה,‟ — מיט א זיפֿצל.
און: „עמידעם קריכט ער!‟ — אויפֿן זיידן
ברוגז זײַענדיק… למען-השם,
זײַט אויף מיר ניט ברוגז אין גן-עדן,
וואָס אַצינד דערצייל איך וועגן דעם!
יעדעס ייִדיש וואָרט, דערהערט פֿון אײַך
איז אויף אייביק אין מײַן האַרץ געבליבן,
און מיט דעם כ׳בין מזלדיק און רײַך,
און ווי אײַך, זיי אַלע טו איך ליבן,
און סײַ ליכט, סײַ גוטסקייט טו איך גאַרן,
און איך פֿיל אי ברען, אי טיפֿע רו…
כאָטש געווען אַ ליטוואַק, זיידע אַהרן,
פֿלעגט אָפֿט ער זאָגן: „זאָגט ער‟ מיט אַן „וּ‟.
כ׳האָב געפֿרעגט: „אַ טשטאָ טאַקאָיע ׳זוקטער׳?״.**
האָט ער שטיל געענטפֿערט: „גאָוואָריט‟…
און דער פּלויט ז׳געשטאַנען ניט-גערוקטער,
און געצוויטשעט פֿויגל האט אַ ליד,
און סע האָט געקלונגען אַזוי איידל
זײַן נאַיִווער, פּראָסטער, ריינער רוף …
אויף קריטיק דער באָבעס פֿלעגט דער זיידע
אָפֿט מאָל מאַכן מיט דער האַנט: „הער אוף!‟.
כ׳האָב געפֿרעגט, וואָס מיינט „ערוף‟, אַוודאי.
„פּרעקראַטי‟ — דערקלערט מ׳האָט מיר… נאָר זײַנען
גיך אַוועק די יאָרן, ווי אַ טשאַטע
פֿייגל האַרבסט-צײַט — אויך די קינדהייט מײַנע.
זיײַנען באָבע-זיידע שוין געשטאָרבן…
שפּעטער האָבן מיר פֿאַרקויפֿט די דאַטשע,
נאָר דאָס ביסל ייִדיש איז געבליבן
אין זכּרון מײַנעם און נשמה.
איז פֿאַר וואָס זשע קלינגט עס אָן אַ שיעור,
באָבע רחלס קול: „פֿאַרמאַך די טיר‟?
און עס קלינגט און רופֿט פֿון אומעטום,
און סע שפּראָצט פֿון דער ערד אַ יונגע בלום,
אײַנגעשפּאַרט דורך צײַט זי טוט זיך רײַסן —
און סע הייבט זיך אָן אַ נ ײַ ע מ ע שׂ ה…

*וואַסילי שוקשין (1929־1974) — רוסישער שרײַבער, רעזשיסאָר, אַקטיאָר

**„אַ טשטאָ טאַקאָיע ׳זוקטער׳?‟ (רוס.) — וואָס מיינט, ׳זאָגט ער׳?

© Evgeny Kissin
Audioproduktion: Haus für Poesie / 2019