שוך אויף צווייטער עוועניו

שטייט אַ שוך
פֿאַרוויסט
אויף גראַטעס
איבער פֿוילנדיקער מיסט.

אייגלעך פּוסט
פֿאַרטרויערטע
בענדלעך שוין פֿון לאַנג
נישט־אויסגעדויערטע.

צינגל הענגט
פֿאַרסאַפּעט
פֿון אַ לעבן אָן אויפֿהער

און אויף דער זויל
אַ משׂא וועגט
פֿאַרטראָגן קען נישט מער.

גייט די גייערס
שוין נישט אָן
אין טעגלעכער מהומה.

געגאַנגען,
פֿאַרגאַנגען,
אויסגעגאַנגען אַ נשמה...

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audioproduktion: Haus für Poesie, 2019