אין כינע פֿאַבריצירט

פֿון ניו־יאָרקער
געשליפֿענע גאַסן
אַריבערגעפּעקלט
די פֿאַבריק זיך
אין קליין־שטעטלדיקער שטאָט
אויף מיזרח

וווּ מאַסן
ס׳ווייכע העמד
וואָס גלעט ‎דײַן הויט
בחינם
אויף מאַשינען אויפֿגענייט

וווּ פּראַצעוועט
יונג בלוט
פֿון באַגינען
ביז באַגינען
אין שטיקנקלעם
פֿון נויט.

ריווח־טרוימען
גרויסע גליקן
אָפּגעשיקט
אויף פֿרעמדן באָדן
שקלאַפֿנטרוימען
פֿון דאָס נײַ
פֿאַרפּאַרעט זיך
אין היץ
פֿון קנעכטזאַוואָדן.

2011

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audioproduktion: Haus für Poesie, 2019