דער באַשלוס


אויף אַ שמאָלן שוועל
טוסטו שטיין
צווישן יאָ
און ניין.

טאָמער יאָ –
וועט מען זיך זען.
און אַז נישט –
בלײַבסטו אַליין.

וואַקלסטו זיך
קווענקלסט זיך
וווּ אַהין
צו גיין.

יאָ צי ניין?
ווייסט גאָט אַליין.
טוסטו אייביק
ווײַטער שטיין.


2012

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audioproduktion: Haus für Poesie, 2019