ליב

האָסטו מיך ליב
איז טו מיר צו ליב
און האָב זשע מיך ליב.

ביסט בײַ מיר אַ מאָל געווען
מײַן ליב און לעבן
איצט זיץ איך לעבן דיר

און שפּיר
נישט ליב
בײַ זיך אין שטוב.

און וואָס צוליב?
ווייסט אַליין נישט
וואָס איז ליב.

2017

© Gitl Schaechter-Viswanath
Audioproduktion: Haus für Poesie, 2019