Evgeny Kissin (Евге́ний Ки́син)
די סימפֿעראָפּאָלסקי צווישנגאַס, 8
א רויטער מויער פֿינפֿגאָרנדיקער. אין צוויי רייען דערנעבן
שטייען אַזעלכע נאָך נײַן. פֿאַר כרושטשאָוון מ׳האָט זיי אויסגעבויט.
האָב איך געלעבט דאָרט די ערשטע כּמעט פֿערצן יאָר פֿון מײַן לעבן —
און דווקא דאָרט האָב געוואָלט איך זאָל טרעפֿן מײַן טויט.
וווּ איך זאָל ניט געווען זײַן — פֿון דער שול, פֿון די ערשטע קאָנצערטן
אָדער פֿון געסט פֿלעג איך דעמאָלט זיך אומקערן תּמיד אַהין.
און די דערמאָנונגען וועגן דעם אָרט מיך דערוואַרעמען, צערטלען,
און כ׳ווייס, אַזוי וועט זײַן שטענדיק, כּל־זמן אויף דער וועלט דאָ איך בין.
לײַבלעכער הויף — וואָסער אָרט אויף דער וועלט קאָן זײַן טײַערער, ליבער
(חוץ, אפֿשר, ירושלים — נאָר ס׳איז עפּעס אַנדערש, אַוודאי)?
קוים וואָס כ׳דערמאָן זיך אין אים — און ווי עפּעס אַ זיסלעכער פֿיבער
קומט אין מײַן האַרצן און ברענגט פֿון געפֿילן אַ גאַנצע קאַסקאַדע.
יאָ, פֿאַר אַ פֿרעמדן זעט אויס דאָרט גאַנץ אומהיימלעך, מיאוס אַפֿילו,
אָבער פֿאַר מיר איז יענץ אָרט פֿול מיט היימישער שיינקייט און פּראַכט.
און איך האָב מורא דערזען, אַז מע וועט אים צעשטערן, חלילה,
דעם רויטן מויער, וווּ כ׳האָב מײַנע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט…
ניין, גאָר ניט אַלץ, וואָס איך האָב דאָרט פֿאַרזוכט, איז צום נעמען אין מויל,
אין יענעם הויף פֿון מײַן קינדהייט מיט הוידעס און ביימער אַ סך.
האָב איך דאָרט איבערגעליטן פֿיל מאָל אַזאַ שׂינאת־ישׂראל,
אַז איך וועל עס מײַן גאַנץ לעבן געדענקען און זײַן אויף דער וואַך.
אין מײַן נשמה, כּל־זמן איך וועל אָטעמען, וועט זיך אַלץ ציִען
יענע דערמאָנונג, ווי פֿריילעכע ייִנגעלעך פֿון אונדזער געסקע
האָבן געפֿונען אַן אײַזערנעם שטעקל און לוסטיק געשריִען
האָבן צו מיר: „מירן מאַכן פֿון דיר אַ שאַשליק פּאָ־יעוורייסקי!‟.
און דאָך… נאָר ליבשאַפֿט בײַ מיר צו מײַן לײַבלעכן הויף איז געבליבן.
אַז איך דערמאָן זיך אין אים, ווערט מײַן האַרץ פֿול מיט בענקשאַפֿט און ליכט.
און ווען צום לעצטן מאָל בין איך געווען אינעם הויף מײַנעם ליבן,
אין זיך „מײַן שטעטעלע בעלץ‟ דאָרט מיט פֿלאַטער געזונגען האָב איך.
קומט ער אָ מאָל אין חלומות צו מיר, בעת איך שלאָף אָדער דרימל…
און אויף דער וואָר טרוים איך אָפֿט, אַז כ׳בין אַלט, קום אַהין און דערזע
מײַן רויטן מויער, די הוידעס, די ביימער, דעם ליכטיקן הימל —
און כ׳גיי בשלום אַוועק פֿונעם עולם־הזה.