Gitl Schaechter-Viswanath
די עלנטבעט
Sprache: jiddisch
Übersetzungen:
deutsch (Vereinsamtes Bett)
די עלנטבעט
עלנט און פֿאַרלאָזט
סע שטייט דײַן בעט אַליין.
קוים זי האַלט זיך
אין פֿאַרשטומט געוויין.
אותיות פּשוטע פֿאַרבליבן נאָר
פֿאַרקלעפּט
ריח פֿון דײַן גוף
שוין לאַנג
אַרויסגעוועפּט.
באַרויִקט דאָס געלעגער
ווען דעם פּיצל
בייזע טרוימען
זיך געשטעלט.
אײַנגעליוליעט,
אײַנגעשלאָפֿן,
אָפּגעבונען פֿון דער וועלט.
ס׳ווייעט הײַנט פֿון בעט אַרויס
אַ מוראדיקע קעלט.
זי שאַלט צו מיר,
קנאַלט צןו מיר,
באַוויינט די בעט
און שעלט.
2010